לדלג לתוכן

שבועות

פֿון װיקיפּעדיע

שבֿועות (אַרויסגערעדט: שוואועס) נאָמען פֿון אײנעם פֿון די „שלש רגלים“, פֿון דרײַ ייִדישע ימים–טובֿים: פסח, שבֿועות, סוכות. דער יום–טובֿ איז דעם 6טן אין סיון (דאָס איז אין ארץ–ישׂראל, אין חוץ לארץ איז דער יום–טובֿ אויך צומאָרגנס, דעם 7טן טאָג אין סיון).

דער נאָמען „חג שבֿועות“ איז פֿאַראַן אין חומש (דבֿרים ט”ז) און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די „וואָכנס“, ווײַל ווי דער חומש שטײט אין ויקרא כ”ג דאַרף מען אָפצײלן 7 וואָכן (49 טעג) פֿון 1טן טאָג עומר „ממחרת השבת“ (פֿון צומאָרגנס פֿון שבת), און דער 50טער טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות. אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט „ממחרת השבת“. נאָר די ייִדישע תורה שבעל פה דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון „צומאָרגנס פֿון שבת“, פֿון זונטיק, נאָר מען מײנט פֿון „צומאָרגנס פֿון פסח“ (מסכת מנחות ס”ה). דאָס איז אײנער פֿון די הויפט–פונקטן, אין וועלכן די פרושים, די וואס הערן צו צו די פירושים וואס די חכמי ישראל וואָס האלטן פֿון תורה שבעל פה, אונטערשײדן זיך פֿון אַנדערע ייִדישע סעקטעס, ווי צדוקים, שומרונים, קאַראַיִמער, וועלכע האַלטן, אַז ממחרת השבת מײנט מען פֿון זונטיק, און דעריבער פֿאַלט בײַ זײ שבֿועות שטענדיק אויס אין זונטיק. און חומש הײסט דער יום–טובֿ אויך „חג הקציר“ (מסכת שמות כ”ג), דאָס הײסט דער יום–טובֿ פֿון שנײַדן תבֿואה, יום הבּיכּורים (במדבר כ”ה), דאָס הײסט דער טאָג פֿון דער ערשטער–צײַטיקער תבואה. אין דער משנה און גמרא הײסט ער אויך „עצרת“, און כּדי אים אונטערצושײדן פֿון שמיני עצרת ווערט ער טײל מאָל אָנגערופֿן „עצרת של פסח“.

אין בית המקדש איז דער יום–טובֿ געפֿײַערט געוואָרן מיט אָנהײבן ברענגען ביכּורים און אויך מיט ברענגען אַחוץ די יום–טובֿ קרבנות אויך צװײ ברויט פֿון נײַער תבֿואה (שתי הלחם) מיט די כבשי עצרת און נאך קרבנות.

אין דאַווענען ווערט ער אויך אָנגערופֿן „זמן מתן תורתנו“, ווײַל לויט דער ייִדישער טראַדיציע (מסכת שבת פ”ו) איז אין ערשטער טאָג שבֿועות געגעבן געוואָרן צו ייִדן די תורה אויפֿן הר סיני. מע לײענט דעריבער די תורה פֿון חומש שמות די פרשה פֿון קבלת התורה און עשרת הדברות.

תורה ליינען

דעם ערשטן טאג ליינט מען אין דער תורה "בחדש השלישי", און די הפטורה ליינט מען די מעשה מרכבה אין אנהייב ספר יחזקאל.

דעם צווייטן טאג ליינט מען "כל הבכור", און די הפטורה איז "תפלה לחבקוק" אין תרי עשר.


מנהגים

תיקון ליל שבועות

די נאַכט צום ערשטן טאָג שבֿועות איז מען נוהג אויף צו זײַן און צו זאָגן תיקון ליל שבועות, קיצור פֿון תנ"ך, משנה, גמרא, און זוהר.

אקדמות

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אקדמות

עס איז אַ מנהג ביי אשכנזים צו זאָגן אקדמות דעם ערשטן טאג שבועות אלס הקדמה צום ליינען די תורה וואס רעדט וועגן די עשרת הדברות.

מגלת רות

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מגילת רות

אין אסאך קהילות ליינט מען מגילת רות (אין חוץ לארץ דעם צווייטן טאג). דעם טעם זאגט מען ווײַל דוד המלך איז געשטאָרבן אום שבֿועות, און זײַן יחוס ווערט דערצײלט אין רות.

יציב פתגם

דעם צווייטן טאג שבועות איז א מנהג צו זינגען דעם פייט "יציב פתגם" נאך די ערשטע צוויי פסוקים פון דער הפטורה.

מילכיגע מאכלים

עס איז א מנהג צו עסן מילכיגס שבועות. טייל עסן א מילכיגע יום־טובדיגע סעודה. אנדערע עסן מילכיגע מאכלים פאר דער סעודה ווייל מ'וויל עסן פלייש ביי דער סעודה לכבוד יום־טוב.

ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית