לדלג לתוכן

הלל ליכטנשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
ווערסיע פון 16:36, 7 סעפּטעמבער 2023 דורך 71.167.210.83 (שמועס) (הילל)
(אונטערשייד) → פֿריִערדיקע ענדערונג | איצטיגע ווערסיע (אונטערשייד) | שפעטערדיקע ענדערונג ← (אונטערשייד)
הלל ליכטנשטיין
קיין פריי בילד
געבורט 1815
סלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1891 (אלט 76 בערך)
קאלאמיי, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי הילל ליכטנשטיין (באקאנט ווי "רבי הילל קאלאמייער"; י"א כסלו תקע"ה, 1815 – י' אייר תרנ"א, 1891) איז געווען שטאטס־רב אין מארגארעטין און קאלאמייא. ער איז געווען א תלמיד פונעם חתם סופר און א חסיד פונעם דברי חיים פון צאנז.

ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט וועטשאונגארן (היינט אין סלאוואקיי) צו זיין פאטער רבי ברוך בענדיט ליכטנשטיין. ער האט געלערנט אין פרעשבורג, וואו זיין פאטער איז געווען אב בית הדין, אן אפשטאמלינג פון 26 דורות פון פוילישע רבנים. פינף יאר האט ער געלערנט ביים חתם סופר. אין יאר תקצ"ז (1837) האט ער געהייראט רייזל, טאכטער פונעם נגיד דוד בן קלונימוס קאליש פון גאלאנטע. זיי האבן געהאט פיר קינדער: ברוך בענדיט, יונתן בנימין, ליבא און הדסה.

ער איז געבליבן אין גאלאנטע 13 יאר. אין דער צייט האט ער געענפט א ישיבה וואס ער האט געפירט מיט 30 תלמידים צווישן די יארן 1850-1837. ווען די רבנות שטעלע פון מארגארעטין איז געווארן ליידיג נאכדעם ווען הרב שלמה זלמן מינצענט האט פארלאזט די שטאט, האבן די פירער פון דער קהילה געוואלט באשטימען הרב יהושע אהרן צבי וויינבערגער (דער מהריא"ץ) רב. הרב וויינבערגער, אויך א חתם סופר׳ס א תלמיד, האט אפגעזאגט ווייל זיין שווער האט געבעטן זיינע איידעמעס נישט נעמען קיין רבנות שטעלע בחייו; דערפאר האט ער געפועלט אז זיין חבר, הרב ליכטנשטיין, זאל באקומען די שטעלע, און אין תר"י (1850) האט מען אים באשטימט "ראב"ד מארגארעטין והגליל" .

א יאר נאכהער האט מען אים געקליבן צו ווערן רב פון קלויזנבורג, וואו ער איז ארויסגעשטאנען מיט זיין קעגנערשאפט צו די נעאלאגן. דאס האט געברענגט צו א ראנגל מיט אברהם פרידמן, נאכדעם וואס ער איז באשטימט געווארן הויפט רב פון זימבערגן אין קארלסבורג מטעם דער רעגירונג. הרב ליכטנשטיין האט נישט מסכים געווען ווערן אונטער זיין אויטאריטעט און האט אים חושד געווען אז ער פאלגט נאך אהרן חארינער פון אראד.

אין תר"ך (1860) איז נפטר געווארן דער רייכער שווער פון הרב וויינבערגער, וואס איז דאן געבליבן בחוסר כל. הרב ליכטנשטיין האט אין תרכ"ב איבערגעגעבן צו אים דאס רבנות אין מארגארעטין און ער אליין איז אריבער צו דינען ווי רב אין סיקסא (Szikszó) אין צפון-מזרח אונגארן. אין תרכ"ח (1868) איז ער באשטימט געווארן שטאטס־רב פון קאלאמיי אין  גאליציע, פון דערוועגן ווערט ער באקאנט ווי "רבי הילל קאלאמייער".

הרב ליכטנשטיין האט פארעפנטלעכט די פאלגנדע מוסר ספרים:

  • הרב פנחס מילער, עולמו של אבא, הוצאת הוד, ירושלים תשד"מ
  • הרב אברהם חיים לוינסאן, קודש הילולים לה', קורות חייו, ירושלים תשנ"א
  • צבי הרש העלער, בית הלל, מונקאטש, 1893