בענזין אלטערנאטיוון
בענזין אלטערנאטיוון זענען עטליכע אלטערנאטיווע קוועלער פון ענערגיע וועלכע קען טרייבן אן אויטא אנשטאט בענזין וועלכע איז שמוציג און טייער.
הייבריד אויטאס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הויפט ארטיקל: הייבריד אויטא
די ערשטע און הויפט אלטערנאטיוו איז הייבריד אויטאס. ווען מען האט ערשט אנגעהויבן טראכטן פון אויפטוישן בענזין צו אן אנדערע ענעריגע איז א באטערי געווען די ערשטע זאך אויף יעדנ'ס געדאנק. אבער באטעריס קענען דערווייל נישט אויפטוישן בענזין ווייל עס איז נאך נישט פאראן די טעכנאלאגיע עס זאל זיין גענוג קראפטיג און עס האט דעם פראבלעם פון רעטשארדזשן. און ווער וויל רעטשארדזשן אן אויטא?
א הייבריד אויטא טיילט די ענערגיע צווישן באטערי און בענזין. דער אויטא פארמאגט צוויי באזונדערע מאטארן ווייל דאס איז צוויי אנדערע טעכנאלאגיעס וועלכע וואלטן נישט געקענט ארבעטן אינאיינעם. ווען מען צינדט אן דעם אויטא וועט דער בענזין מאטאר טאן די ארבעט און וועט דערווייל רעטשארדזשן די באטערי. איינמאל דער אויטא פארט שוין א שטיק צייט וועט די באטערי מאטאר איבערנעמען ווי ווייט מעגליך און וועט שפארן בענזין.
ווען די באטערי גייט אויס גייט עס צוריק צו בענזין און אזוי גייט עס אהין און צוריק צווישן צוויי גאר אנדערע ענערגיע טעכנאלאגיעס.
כדי צו פארשטיין וויאזוי א הייבריד אויטא קען באווייזן ארויסצוגעבן די זעלבע קראפט און דאך נאר נוצן האלב אזויפיל בענזין פעלט זיך אויס א קורצע הקדמה:
ווי מיר ווייסן ווערט די קראפט פון אן אויטא געמאסטן לויט וויפיל פערד-קראפט עס גיט ארויס. למעשה ווערט אבער די גרויסע מאס פערד קראפט קוים גענוצט ווייל ווען א דורכשניטליכער אויטא פארט אויפ'ן הייעוועי נוצט עס נישט מער פון 20 פערד-קראפט. די גרויסע מאס פערד קראפט ווערט נאר גענוצט ווען דער אויטא שטרענגט זיך איבער זייער שטארק ווי אנהייבן פארן צו א שנעלע ספיד אדער ארויפשלעפן א שיפע בארג. ווי מער פערד-קראפט אלס בעסער ציט עס ארויף.
קומט אויס אז דער גרויסער קראפטיגער מאטאר איז נישט וויכטיג 90 פראצענט פון דער צייט און נוצט איבעריגע ענערגיע צוליב איר גרויסקייט און שטארקייט ווייל אין פאקט וואלט דער אויטא געקענט נוצן א פיל קלענערע מאטאר רוב פון די צייט.
די הייבריד אויטאס לעזן דעם פראבלעם. עס פארמאגט נאר א קליינע מאטאר ווייל רוב צייט פעלט זיך נישט אויס מער פון דעם און ווען עס דארף האבן מער ענערגיע באקומט עס פרישע קראפט פון דעם עלעקטריק מאטאר.
אבער דער קליינער מאטאר איז נישט די איינציגסטע חכמה וועלכע מאכט דעם הייבריד שפארן בענזין. ווי מיר האבן פריער דערמאנט באקומט די באטערי צוריק ענערגיע פון דעם עלעקטריק מאטאר. דאס פאסירט ווען דער אויטא פאר שנעל און מיטאיינמאל ברעיקט דער דרייווער אראפ. דער מאטאר האט דעמאלט איז זיך אסאך ענערגיע און שיקט דאס צוריק צו די באטערי וואס מיינט אז די באטערי שפארט זיך ענערגיע יעדעס מאל דער אויטא ברעיקט.
ווען אן ארגינעלער אויטא שטייט ביי א רויטע ליכט פאר א מינוט נוצט עס נאך אלץ אסאך ענערגיע ווייל דער גרויסער קראפטיגער מאטאר ארבעט ווייטער צו זיין גרייט ווען עס וועט ווייטער דארפן פארן. דער הייבריד אויטא שפארט זיך אין אזא פאל זייער אסאך בענזין ווייל עס לעשט אויס אויטאמאטיש די בענזין מאטאר און נאר דער עלעקטריק מאטאר בלייבט ארבעטן, נישט נוצנדיג אפילו א ברעקל בענזין. ווען דער אויטא דארף אנהייבן פארן ווייטער האט עס גענוג ענערגיע פאר די ערשטע סעקונדן ביז ווילאנג דער בענזין מאטאר צינדט זיך צוריק אן.
רעדער פון א הייבריד שפארט אויך בענזין ווייל דער געשטעל פון א הייבריד אויטא לאזט נוצן אן אנדערע סארט רעדל וועלכע איז הארטער און מער אויפגעבלאזן וואס מאכט איר האבן א בעסערע כאפ אויפ'ן ראוד וואס מיינט ווייניגער קראפט פון די מאטארן.
הייבריד אויטאס זענען דערווייל טייערער ווי ארגינעלע אויטאס אבער מיט אזעלכע הויכע אויל פרייזן איז עס שוין ווערט און דערצו קומען צו די מעלות אז מען דארף זיך ווייניגער אפשטעלן צו נעמען בענזין און עס איז פריינטליכער צו די ענווייראמענט, וועלכע איז א וויכטיגע דעגרייכונג פאר די רעגירונג.
רוב גרויסע אויטא פירמעס פארמאגן שוין הייבריד מאדעלן און אלע אנדערע זענען שוין נאנט דערצו וואס מיינט אז ביז עטליכע יאר וועט יעדע פאפולערע מאדעל קומען אין א הייבריד ווערסיע און די פרייזן וועלן פאלן צוליב די קאנקורענט אין דער הייבריד וועט ווערן א גרעסערע מציאה.
עטאנאל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עטאנאל איז די צווייטע גרעסטע אלטערנאטיוו צו בענזין היינט צו טאג און מען ארבעט עס זאל ווערן מער פארשפרייט. אטאנאל איז געמאכט פון אלקהאל וועלכע ווערט ארויסגענומען פון אלע סארט קראכמל תבואה (סטארטש) ווי קארן, גערשטן, און ווייץ. עטאנאל קען אויך געמאכט ווערן פון גראז און פארשידענע געוואוקסן און מען זאגט אז עווענטועל וועט מען דאס קענען מאכן פון מיסט.
די איינציגסטע פלאץ אין די וועלט וואו מען באנוצט זיך מיט עטאנאל אין גרויסן איז אין בראזיל. דאס לאנד האט געמאנגעלט אין אויל און האט גרויסע אוצרות פון קארן פעלדער פון וועלכע מען האט אנגעהויבן פראדוצירן עטאנאל אויל. היינט צו טאג פארן 20 פראצענט אויטאס אין בראזיל מיט עטאנאל און צוויי דריטל אויטא מאדעלן וועלכע ווערן דארט פארוקויפט קענען ארייננעמען ביידע: עטאנאל און בענזין.
רוב אויטאס קענען באמת פארן אויף עטאנאל אבער עס קען מאכן פראבלעמען און דערפאר וועט מען דארפן ווארטן ווילאנג די אויטא פירמעס וועלן באשטעטיגן וועלכע מאדעלן זענען גרייט פאר עטאנאל. עס זענען פאראן אסאך מענטשן אין אמעריקע און איבער די וועלט וואס נוצן שוין היינט עטאנאל אבער זיי מישן דאס מיט בענזין עס זאל זיין מער עפעקטיוו. טייל פון זיי לייגן אינגאנצן 10 פראצענט עטאנאל און אנדערע מישן דאס האלב און האלב.
אין צפון אמעריקע ווערט עטאנאל געמישט מיט אלע ריטעיל בענזין און דעגרייכט ביז 10 פראצענט.
אין בראזיל איז דער פרייז פאר עטאנאל די האלב פון בענזין ווייל זיי האבן גרויסע אוצרות פון קארן פון וועלכע זיי מאכן דאס. אין אמעריקע איז עטאנאל נישט קיין סאך ביליגער פון בענזין אבער דער דיפערענץ ווערט מער און מער ווען בענזין גייט ארויף.
עטאנאל קען זיין גענוג קראפטיג פונקט ווי בענזין אבער עס האט דעם פראבלעם פון פרירן. אין בראזיל איז פאראן א ווארימע קלימאט און דאס איז נישט קיין פראבלעם אבער אין אמעריקע, קאנאדע, און אייראפע זענען פאראן קאלטע ראיאנען וואו מען קען נישט נוצן קיין עטאנאל דורכאויס דעם ווינטער.
עטאנאל איז ריינער פון בענזין וועלכע איז א שטארקע מעלה פאר די ענווייראמענט ווען מען קוקט אויף דעם צוקונפט. די פראדוקציע פון עטאנאל איז אבער נישט אזוי גרינג און עס נוצט אייניג אדער מער ענערגיע ווי די פראדוקציע פון בענזין. אבער נאך אלץ איז פאראן א גרויסע צוקונפט פאר עטאנאל זינט אסאך פירמעס האבן זיך גענומען דערצו און רוב אויטאמאביל פירמעס האבן געזאגט אז זיי וועלן צושטעלן זייערע אויטאס פאר עטאנאל.
נאך א הויפט מעלה פון עטאנאל איז אז די תבואה פון וועלכע די עטאנאל ווערט ארויסגעזויגן גייט נישט אינגאנצן לאיבוד נאר ווערט ווייטער פארקויפט פאר לייוו-סטאק (תבואה פאר בהמות צום עסן).
ביאדיזעל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין א מער פשוט'ע נאמען איז דאס גרינצייג אויל. אין רעאליטעט איז דאס א סארט דיזעל אויל וועלכע ווערט געמאכט פון גרינצייג ווי קאנאלע אדער סאויביען אדער פעטנס פון בהמות. דאס ווערט געמישט מיט אלקהאל געמאכט פון עטאנאל אדער מעטאנאל און קען גענוצט ווערן אין אלע סארט דיזעל אויטאס אדער טראקס.
אן אויטא זאל פארן אויף וועיטשטעיבל אויל קלינגט זייער מאדנע אבער אין פאקט איז עס שוין גארנישט אזוי מאדנע. שטודירער זאגן אז דער ערפינדער פון דעם דיזעל מאטאר, רודאלף דיזעל, האט גענוצט אויל פון ניסלעך צו טרייבן זיין דיזעל אויטא צוריק אין 890'. ער האט שפעטער געטוישט צו דיזעל אויל וויבאלד אין יענע צייטן איז עס געווען פיל ביליגער ווי ניס אויל.
רוב דיזעל אויטאס קנען שוין היינט אריינעמען ביז 20 פראצענט ביאדיזעל געמישט מיט 80 פראצענט רעגולערע דיזעל אויל. אויב וועט מען דאס וועלן פארמערן וועט מען דארפן מאדיפיצירן די מאטארן און דאס איז א שטארקע מעגליכקייט אויב עטאנאל וועט ווערן א פראדוקט ביי ארגינעלע אויטאס. ביאדיזעל איז ריינער ווי דיזעל אויל אבער מאכט אביסל מער רויך ווי דיזעל.
א שטארקע מעלה מיט ביאדיזעל וועט זיין אז מען וועט קענען נוצן גענוצטע אויל וועלכע רעסטוראנטן האבן גענוצט צו קאכן און דאס אריינלייגן אין אויטאס. די פרייזן זענען ביליגער פון בענזין און וועט זיין גאר ביליג אויב וועט מען קענען נוצן גענוצטע קאכן אויל. די פראגע איז נאר אויב מען וועט קענען נאכקומען דעם פארלאנג. עס זענען פאראן וואס שאצן אז עס וועט נעמען אלע תבואה פעלדער פון גאנץ אמעריקע צו טרייבן אלע דיזעל אויטאס פאר איין יאר. אבער אנדערש ווי בענזין קען תבואה צוריק וואקסן און די סופליי ענדיגט זיך נישט קיינמאל כאטש עס וועט זיין לימיטירט.
היידראדזשען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]היידראדזשען איז דער חלום פון די אלטערנאטיוו ענערגיע וועלט. היידראדזשען איז א טעכנאלאגיע וואס איז שוין פאראן און ווערט גענוצט אין נאס"א'ס ספעיס פראגראם אבער וועט נעמען ווייניגסטענס 15 יאר ביז מען וועט דאס קענען פולקאם ברענגן צו אויטאמאבילן. היידראדזשען איז קראפטיגער ווי בענזין, עס איז זייער ריין, און האט אן ענדלאזע סופליי זינט עס איז געמאכט פון לופט אין די אטמאספערע אדער וואסער.
נאס"א מאכט איר היידראדזשען פון צוויי סארט גאזן וועלכע ווערן גענומען פון די אטמאספערע. דער אפפאל פון היידראדזשען איז וואסער און אזוי האבן די אסטראנאטן אין דעם ספעיס שאטעל וואסער זיך צו וואשן. אין אויטאס ווייסט מען נאך נישט גענוי וואספארא סארט היידראדזשען עס וועט גענוצט ווערן און אסאך פירמעס שטודירן דערין.
אויב היידראדזשען וועט ארויסקומען צופרידנשטעליג פאר אויטאס איז פאראן מעגליכקייטן אז די גאנצע עקאנאמיע וועט אריבערטוישן צו היידראדזשען וואס מיינט אז עלעקטריציטעט וועט אויך ווערן געמאכט פון היידראדזשין. אויב דאס וועט צושטאנד קומען וועט דאס זיין די וועלט'ס גרעסטע עקאנאמישע טויש אין איבער 200 יאר (זייט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע) און אויל וועט מער ווייניגער ווערן היסטאריע.
אויב אויטאס וועלן אנהייבן ארבעטן מיט היידראדזשען וועט דאס קומען אין א פליסיקייט פראדוקט כדי מען זאל דאס קענען גרינג אריינלייגן אין אויטאס און באהאנדלן. דאס מיינט אז אויטאס וועלן ווייטער דארפן גיין אויפנעמען ענעריגע, נאר אנשטאט צו א בענזין סטאנציע וועט דאס זיין א היידראדזשען סטאנציע. עס איז נישט קלאר דערווייל וויפיל היידראדזשען וועט קאסטן. אויף דערווייל איז דאס זייער א טייערע טעכנאלאגיע וועלכע נאר נאס"א קען זיך ערלויבן אבער מיט דער צייט וועט עס ווערן ביליגער איינמאל עס וועט פארשפרייט ווערן. אנדערש ווי בענזין וועט היידראדזשען קיינמאל נישט טייערער ווערן ווייל עס האט נישט קיין פראבלעם פון סופליי און אויב עס וועט זיך פארלאנגן מער וועט אויפקומען נאך פירמעס און דאס וועט גאר ביליגער ווערן.
די איינציגסטע פלאץ אין אמעריקע וואו מען קען שוין קויפן היידראדזשען איז אין קאליפארניע. עס זענען דארט פאראן עטליכע היידראדזשען סערוויס סטאנציעס וועלכע סערווירן אויטאס מיט אייגענע געמאכט היידראדזשען טעכנאלאגיעס. רוב פון די אויטאס פארמאגן אויך א בענזין ענדזשין ווייל מען קען זיך דערווייל נישט פארלאזן אויף היידראדזשען זעלבסט.
די פירער אין די טעכנאלאגיע איז די אויטא פירמע בי.עם.דאבעליו. אבער האנדא וועט זיין די ערשטע צו ערשיינען מיט א היידראדזשען מאדעל ערווארטעט ערגעץ אין 2008.
באטערי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]באטערי איז אן אלטער טעכנאלאגיע וועלכע האט זיך נישט קיין סאך פארבעסערט די אלע יארן און ווייניג געבן האפענונג דערפאר אלס אן אלטערנאטיוו צו בענזין. עס זענען פאראן אסאך עלעקטריק אויטאס וועלכע ווערן געטריבן דורך באטעריס אבער קיין איינע פון זיי קענען נישט פארן צו שנעל און קענען נישט גיין ווייטע שטרעקעס ווייל די באטערי ברענט אויס און מען דארף עס רעטשארדזשן.
אויב מען וועט יא אמאל קענען מאכן א באטערי זייער קראפטיג וועט עס זיין די שכל'דיגסטע ענערגיע צו טרייבן אן אויטא ווייל א באטערי נעמט נישט אויף קיין פליסיקייט אדער לופט נאר פראדוצירט ענערגיע נאכאמאל און נאכאמאל. דער חסרון וועט אבער שטענדיג זיין דער פאקט אז מען וועט דאס דארפן רעטשארדזשן.
באטערי וועט אבער שפילן א גרויסע ראלע אין הייבריד אויטאס און אויב באטעריס וועלן בעסער ווערן מיינט דאס אז הייבריד אויטאס וועלן בעסער ווערן און דאס איז פון די נאנסטע אלטערנאטיוון פון וועלכע מען וועט קענען געניסן אין די קומענדיגע יארן.
עס זענען פאראן א רייע באטערי אויטאס און די פירמע דזשי.עם. פלאנט אויך עטליכע מאדעלן. אבער קיינע פון זיי פארן נישט גענוג שנעל און וועט זיך שווער פארקויפן אין א מארקעט מיט ביליגע גוטע אויטאס.