לדלג לתוכן

בערדיטשעוו

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון בארדיטשאוו)
בערדיטשעוו
Бердичів
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
קאָאָרדינאַטן 49°54′0″N 28°34′0″E / 49.90000°N 28.56667°E / 49.90000; 28.56667קאארדינאטן: 49°54′0″N 28°34′0″E / 49.90000°N 28.56667°E / 49.90000; 28.56667
אבלאסט זשיטאמירער גובערניע
שטח 3,533 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

73,046‏

בערדיטשעוו (אוקראיניש: Бердичів; רוסיש: Бердичев; פויליש: Berdyczów) איז א גרויסע שטאט אין זשיטאמירער אבלאסט (גובערניע) אין אוקראיִנע. לאקירט ארום-40 ק"מ צפון זייט פון זשיטאמיר. זי איז געגרינדט געווארן אין 1455, און ביי איר זיינען דא ארום 86,200 איינוואוינער. ריכטיק צו-2003.

פון דעם 16טן יארהונדערט ביז סוף דעם 18טן יארהונדערט, בערדיטשעוו איז געווען אונטער פוילישער הערשאפט.

אין 1732, נאך א באשטעטיקונג פון דער פרוי דומיין טרזה, א פרוי וואס די שטאט איז געווען אין איר פאמיליע אייגנטום, האט מען געלאזט די יידן זיצן דארטן.

נאך דעם האט זיך אנגעהויבן אן אנטוויקלונג אין די יידישע איינוואוינערס, און אזוי אין לויף פון דער צייט די שטאט איז געווארן דער גרויסער צענטער אין דער געגנט. (ספעציעל פון דעם איינוואוינערס שטאנדפונקט).

אין יאר 1765 די צאל יידן אין שטאט געווען 1,220 פון 1,541 איינוואוינערס, און אין-1789 די צאל יידן האט זיך פארגרעסערט צו-1951.

אין 1861 ה'תרכ"א די צאל יידן איז געווען 46,683 איינוואוינערס, די צווייטע גרעסטע קהילה אין רוסלאנד. אין 1926 ה'תרפ"ו די צאל יידן געווען 30,812 איינוואוינערס, וואס 28,584 פון זיי האבן דערקלערט אז יידיש איז זייער מאמע לשון.

פון דעם 17טן יארהונדערט ביז די דייטשע אייננעמונג איז בערדיטשעוו געווען א שטאט צענטער פאר די יידן.

מיט דער דייטשע אייננעמונג תמוז ה'תש"א האט מען אנגעהויבן ליקווידירן די יידן אין בערדיטשעוו. אין תש"ב האט מען ליקווידירט די אלע יידן אינגאנצן.

ביז דעם סאוועטן פארבאנד אויפשטעל, איז געווען אין בערדיטשעוו זיבעציק שולן.

די רבנים און רביים אין בערדיטשטוו

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]