בערט און ערני
בערט און ערני (ענגליש: Bert and Ernie) זענען צוויי מאַפּעטס וואס באווייזן זיך אין פארשידענע סקעטשן אין די אמעריקאנישע טעלעוויזיע סעריע "סעזאם גאס". זיי זענען ערשט אפערירט געווען דורך פרענק אָז און דזשים הענסאן און ווערן איצט אפערירט דורך עריק דזשייקאבסאן און פיטער לינץ.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בערט און ערני זענען געבויט געווארן דורך דאָן סאַהלין לויט א פשוטע סקעטש פון דזשים הענסאן, דער שאפער פון די מאפעטס. ערשט האט הענסאן אפערירט בערט און אָז האט אפערירט ערני, אבער נאך איין אויסחזר טאג האבן זיי געשפילן די פארקערטע כאראקטערן. דעם אריגינעלעם געדאנק איז געווען צו באווייזן אז כאטש צוויי מענטשן קענען ווערן גאר אנדערש, זיי קענען נאך ווערן גוטע פריינט.
לויט דעם שרייבער דזשאן סטאָן, די באציונגען צווישן בערט און ערני איז געווען באזירט אויף די אמתע באציונגען צווישן הענסאן און אָז. זייערע נעמען זענען אפשר געווארן גענומען פון צוויי מינארע כאראקטערן אין פרענק קאַפראַ'ס פילם "די זענען וואונדערלעכע לעבן" (ענ').
אין א נארמאלער סקעטש מיט בערט און ערני קלערט ערני א נארישער געדאנק, און בערט פרובירט צו פארמיידן עס, וואס געוויינטלעך אויפרייצט אים און מאכט ערני צעחושט. צום ביישפיל, אויב ערני וויל טאן עפעס הויך ווען בערט טוט עפעס רואיק ווי לייענען א בוך אדער צייטונג, בערט קנעלט אים ווי צו ווערן רואיק; אבער, ערני ליארעמט יעדנפאלס וואס מאכט בערט משוגע ווערן אדער פארלאזן דעם קאמער.
בערט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בערט איז ערשט אפערירט געווען דורך פרענק אָז. זינט 2001 האט דער מאַפּעטיר עריק דזשייקאבסאן אפערירט בערט נאך וואס אָז האט אַרויסגעטראָטן פון רוב זיין מאַפּעט ווערק (אבער, אָז האט נאך געשפילט דער כאראקטער א טייל מאל ביז 2006). בערט איז א "האנט-דראָט מאַפּעט", דאס הייסט אז ווען די רעכט האנט פונעם אפעראטאר איז אין בערט'ס קאפ צו קאנטראלירן זיין מויל, די לינקע האנט פונעם אפעראטאר נוצט דראָטן פאר די ארעמס פון די ליאלקע. בערט האט איין ברייטע אויגברעם, ד"ה אן איינברעם.
ערני
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ערני איז ערשט אפערירט געווען דורך דזשים הענסאן. צווישן 1993 און 2014 האט דער מאַפּעטיר סטיוו וויטמיר גענומען די ראלע פון ערני (נאך וואס הענסאן איז נפטר געווארן אין 1990). אין 2014 האט בילי באַרקערסט געשפילט ערני; היינט ווערט ער געשפילט דורך פיטער לינץ.
ערני איז א האנט ליאלקע, דאס הייסט אז ווען דער אפעראטאר נוצט זיין רעכט האנט אינעם קאפ פון די ליאלקע, ער נעמט זיין לינקע האנט אריין אין א T-געפורעמטער ארבל מיט א הענטשקע וואס קוקט ווי די פעלץ פון די ליאלקע, און "מאכט זיך" די לינקע האנט. געוויינטלעך ווערט א צווייטער אפעראטאר באנוצט פאר די רעכטע האנט.