לדלג לתוכן

משה ראטשילד

פֿון װיקיפּעדיע
משה ראטשילד
געבורט 1929
ציריך, שווייץ רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 סעפטעמבער 2018 (אלט 89 בערך)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט אוניווערסיטעט פון ציריך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

דאקטער משה "מאזי" ראטשילד (שבט ה'תרפ"ט, 1929כ' תשרי ה'תשע"ט, 29סטן סעפטעמבער 2018) איז געווען א חרדישער דאקטער אין ישראל, דער גרינדער און פרעזידענט פון דעם מעיני הישועה שפיטאל אין בני ברק, און זיין ערשטער דירעקטאר.

ער איז געבוירן געווארן אין ציריך, שווייץ, צו יוסף ראטשילד, א פאבריקאנט וואס האט אימיגרירט אין דער שווייץ פון דרום דייטשלאנד ביי דער ערשטער וועלט־מלחמה, און שרה, טאכטער פון הרב ערנסט ווייל. ער האט געלערנט אין דער תלמוד תורה אין ציריך, און שפעטער אין דער ישיבה פון הרב יצחק דוב קאפלמאן אין לוצערן, און דערנאך אין דער עץ חיים ישיבה אין מאנטרע.

ער האט שטודירט מעדיצין אינעם ציריכער אוניווערסיטעט, אין פאריז און אין נאך ערטער. אין יאר 1960 האט ער חתונה געהאט מיט א יונגער פרוי פון ציריך, רויזא, טאכטער פון נתן לאנג.

ראטשילד איז אויך געווען א באקאנטער מוהל.