אז
אָז (ענגליש: Oz) איז אן אמריקאנישע טעלעוויזיע סעריע, געשאפן פון טאם פֿאנטאנע, וואס האט אויך די סצענאר געשריבן, און פראדוצירט דורך עיטש.בי.א (HBO). דער פראגראם איז אורשפרינגליך אויסגעשטראלט געווען פון ז' תמוז ה'תשנ"ז ביז כ"א אדר א' ה'תשס"ג, אין זעקס שטאפלען מיט 56 פאלגן אינסגעזאמט. "אז" האט געווינען עלף פרייזן און איז געווען פארגעשלאגט פאר נאך 29, דאפון צוויי הויפטאנשאלטצייט-עמי'ז (Primetime Emmy). די סעריע האט באקומען הויכע איינשאלטקוואטעס (שאצונגען): ארום תשס"א, צום ביישפיל, האט יעדע פאלגע דורכשניטליך זיבן מיליאן צושויער. א סך קריטיקער האבן געלויבט די רעאליסטישע סטיל פון די פראגראם.[1]
די געשיכטע האנדלט פון די "אזוואלד הויך-זיכערהייט טורמע", אומגאנגשפראכליך באקנאט אלס "אז". געצייגט זינד די לעבן פון די איינגעשפארטע אסירים, וואס זינד געקענצייכנעט מיט שווערע געוואלט, מיטגלידערשאפט אין טורמע-באנדען, דראג האנדל, האמאסעקסואלע פארגעוואלדיגונג – און פארדארבונג דער אויפזעער. אין "אז" ס'דו א סך באנדען, און די הויפטע זינד די נאצי ארישע ברידערשאפט, די שווארצע מוסלמענער, די איטאליענישע מאפיא, די שווארצע "חברים" (home boys) און די לאטינער. די פארשידענע באנדען און אסירים קעמפן פאר מאכט, השפעה, כבוד און געלט. די הויפט-כאראקטערן זינד:
- טאביאס ביטשער (געשפילט פון לי טערדזשען), איין איינשטענדיגע אדוואקאט וואס האט געהארגעט א קליינע מיידעלע ווען ער האט געפאהרט שיכור. דער שוואכער ביטשער איז פארגעוואלדיגט פון ווערנאן שילינגער און ווערט זיין קנעכט. שפעטער געווינט ער די כבוד פון די אנדערע העפטלינגע.
- ווערנאן שילינגער (דזשאנאטאן קימבעל סימאנס), דער פירער פון דער ארישער ברודערשאפט, א ראסיסט און אכזר וואס פארגעוואלדיגט אנדערע אסירים רעגעלמעסיק.
- קארים סאיד (אימאן וואלקער), דער פירער פון די מוסלמענער און א קעמפער פאר די רעכטע דער אפריקאנע-אמעריקאנער. איין געאכטעטער מענטש וואס זוכט העלפן די אנדערע און פרעדיגן מוסר און גוטע מידות אין טורמע.
- סימאן אדעביסי (אדעוואלע אקינויע-אגבאדזשע), פירער פון די "חברים". אכזר און פארדארבט פונקטליך ווי שילינגער, און קעניג פון דעם דראג האנדל.
- ראייען אריילי (דין וינטערס), א קליגער מאן, וואס אויספאפט און מאניפולירט אלע אנדערע פאר זיינע צילן.
- אגוסטוס היל, א שווארצער פארקריפעלטער ארעסטאנט וואס דינט אויך אלס דערציילער.
- מיגעל אלווארעז (קירק אטשעוועדא), א לאטינער וואס איז א גוטער מענטש, אבער איז אויך אן אכזר'דיקער פארברעכער.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ 'Oz' Soundtrack Fights Legal Injustice. לאס אנדזשעלעס טיימז, י"ד טבת ה'תשס"א.