יוסף שאול נאטאנזאן
הרב יוסף שאול הלוי נאַטאַנזאן (ה'תקס"ח - כ"ז אדר א' ה'תרל"ה) (1808-1875 למס') איז געווען רב אין לעמבערג און איינער פון די גרויסע פוסקים אין זיין דור. זיינע תשובות זענען געזאמלט אין די זעקס בענדער פון שו"ת שואל ומשיב.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב נאטאנזאן איז געבוירן געווארן אין ברעזשאן, אסט-גאליציע (היינט מערב אוקראינע) אין תקס"ח (1808 למס'), דער בכור פון זיין פאטער ר' אריה לייביש הלוי נאטאנזאן[1] מחבר פונעם ספר "בית אל".
אין תקפ"ה האט ער חתונה געהאט אין לבוב מיט דער טאכטער פון זיין פעטער, הרב יצחק אהרן הלוי איטינגא. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין לעמבערג, וואו ער האט געלערנט צוזאמען מיט זיין שוואגער רבי מרדכי זאב איטינגא. צוזאמען האבן זיי געשריבן דעם ספר "מפרשי הים" אויף ש"ס[1] און נאך עטליכע ספרים אויף הלכה. קיין געהאלט האט ער נישט גענומען פון דער קהילה.
אין תרי"ז האט מען אים באשטימט אב"ד פון לעמבערג.[1]
ער איז געווען א מתנגד צו חסידות, און עס איז אים נישט געפאלן די מנהג פון די חסידישע רבי'ס צו נעמען שבת י"ב חלות, אבער ער האט זיך געהאלטן גוט מיט די חסידים, און ער פלעגט מקרב זיין חסידישע לומדים, אויך האט ער אסאך קארעספאנדירט מיט דעם פראמינענטן חסידישער רבי, רבי חיים האלבערשטאם, דער "דברי חיים" פון צאנז, און אין איינע פון זיינע הסכמות שרייבט ער "כבר הסכים הרב הגאון וכו' אשר בצלו אנו חיים".
ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שו"ת שואל ומשיב (זעקס בענדער)
- נר מערבי—אויפן ירושלמי
- דברי שאול אויף תורה און חמש מגלות
- מגן גבורים - אויף שו"ע או"ח ביז סי' רל"ה
- מאירת עניים - אויף טריפת הריאה
- מעשה אלפס - אויפ'ן רי"ף
- יד יוסף ויד שאול - אויף שו"ע הל' נדרים ושבועות
- מפרשי הים—אויף ש"ס (מיט זיין שוואגער רבי מרדכי זאב איטינגא)