ליפיד
מראה
א ליפיד (ענגליש: lipid; פון גריכיש λίπος ליפאס "פעטס") איז א נאטירלעכער מאלעקול (אין ביאלאגיע) וואס איז צעלאזבאר אין בוימל. ליפידן זענען א גרופע ארגאנישע פארבינדונגען וואס שליסט איין פעטס, איילן, וואקסן, סטעראלן און נאך. ליפידן זענען א סטרוקטורעלער קאמפאנענט פון לעבעדיקע באשעפענישן.
ליפידן ווערן געניצט אין די קאסמעטיק און עסנווארג אינדוסטריעס, ווי אויך אין נאנאטעכנאלאגיע.
ביאלאגישע פונקציאנען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ליפידן דינען אין דעם קערפער ווי:
- ברענשטאף
- א שפייכלער פון ענערגיע
- א בוישטיין פון מעמבראנען
- הארמאנען
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
ליפיד