װיקיפּעדיע:וואס איז א גוטער ארטיקל?
מראה
גוטע ארטיקלען זענען די וואס טרעפן צו די קוואליטעט כללים פון א גוטן ארטיקל. די וואס ווערן מיט דעם אנגעצייכנט קענען ווערן באקלערט פאר אן אויסדערוויילטן ארטיקל.
אויף צו באשטימען אן ארטיקל אלס א "גוטער ארטיקל", לייגט אים צו אויפ'ן גוטע ארטיקלען נאמינאציעס בלאט.
ארטיקלען וואס טרעפן צו די קוואליטעט כללים ווערן אנגעצייכנט אויף זייער רעדן בלאט מיט דעם "גוטער ארטיקל" מוסטער {{גוטער ארטיקל}}, און די תוצאה ערשיינט ווי פאלגנד:
וואס איז א גוטער ארטיקל? ווערט פאררעכנט אלס א גוטער ארטיקל; עס שטימט מיט געוויסע קוואליטעט כללים. אויב קענט איר דאס פארברייטערן אדער פארבעסערן ווערט איר געבעטן דאס צו טאן! אויב האלט איר אז עס טרעפט נישט די כללים פון קוואליטעט קענט איר אנטראגן מען זאל דאס אראפנעמען אדער איבערקוקן. |
קוואליטעט כללים
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די כללים זענען ווי פאלגענד (פארגעשלאגן):
- דער ארטיקל ווערט אויסגעלייגט לויט די סטיל כללים פון וויקיפעדיע. דאס קען מען זען אין דעם סטיל האנטבוך.
- ער הייבט אן מיט א גוטן אריינפיר וואס שילדערט גוט די טעמע אן איבעריגע פרטים.
- ער איז גוט געשריבן. דער ארטיקל ניצט א גוטע שפראך, און איז גרינג צו פארשטיין. עס איז פאסיג אויסגעשטעלט מיט אן אריינפיר און פאסיגע טיילן, און איז נישט סתם א זאמלונג פון ליסטעס.
- ער איז ריכטיג אין פאקט. דער ארטיקל שרייבט פאקטן וואס זענען גרינג פעסטצושטעלן/גוט באקאנט, אדער ווערט אנגעצייכנט מקורות (ספעציעל אויף קאנטראווערסיעלע ענינים).
- דער ארטיקל טוט אינגאנצן באשרייבן דעם ענין. אלע וויכטיגע טעמעס וואס זענען פארבינדן מיט דעם ווערן דערמאנט.
- ער איז געשריבן נייטראל. עס האט נישט קיין פערזענליכע מיינונגען אדער איין-זייטיגע פאקטן. אלע פארשידנזייטיגע מיינונגען ווערן אראפגעברענגט און ערקלערט.
- ער איז סטאביל, נישט אז מ'האלט אין איין פירן א רעדאקציע קריג.
- ער אנטהאלט אן אינטערוויקי לינק. געאייגנט צו דער ענגלישער אדער דער העברעישער וויקיפעדיע, וואס רוב ליינערס פארשטייען, כדי נאכצוקוקן צי דער ארטיקל קען נישט ווערן בעסער.
- ער אנטהאלט א בילד, ווען נאר מעגלעך, ווייל אינפארמאציע טאר נישט זיין לאנגווייליג.
ליסטע פון גוטע ארטיקלען
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט](לייגט צו אן ארטיקל לויט די סדר פון א"ב.)
- אברהם יצחק הכהן קוק
- אראבער
- בעש"ט
- חסידות
- יעקב ישראל דעהאן
- מרדכי בנעט
- נחמן מברסלב — פעלט אן אינפאקעסטל און בילדער
- מנחם מענדל בייליס
- קענסער